וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט אוועקגעמאכט די פארשידענע בילס איבער אימיגראציע רעפארם, וועלכע ווערן אין די יעצטיגע טעג דעבאטירט אין קאנגרעס און אינעם סענאט, שרייבנדיג אין א מעסעדזש אז "קאנגרעס זאל אויפהערן אויסגעבן איבעריגע צייט" אויף דער אישו, און ווארטן ביז נאך די מידטוירם וואלן.

טראמפ'ס רוף צו קאנגרעס, אז זיי זאלן איגנארירן די אישו פון אימיגראציע, קומט נאכדעם וואס ער און זיינע ראטגעבער האבן די לעצטע צוויי וואכן נאכאנאנד פארפירט און געשריגן, אז קאנגרעס מוז זאפארט טאן עפעס און דורכפירן בילס צו פאררעכטן דעם צעבראכענעם אימיגראציע-סיסטעם אין לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל