האוואאי – די איינוואוינער אין האוואאי'ס "ביג איילענד" ליידן זיך טאקע צוזאם גאר שטארק פונעם מאסיוון קילאוויא וואולקאן, וועלכע בושעוועט און ברויזט מיט לאווא טייכן און נאכאנאנדיגע אויפרייסן אין די לעצטערע וואכן, אבער פאר די גאנצע וועלט איז דער וואולקאן אויפרייס א גרויסע טובה. רעגירונג עקספערטן האבן זעלטן א שאנס צו שטודירן וואולקאנען, צו קענען פארשטיין וויאזוי אן אויפרייס פאסירט, וויאזוי לאווא פליסט און אנדערע פראגעס, און דער פאקט אז די לאווא פלוס פונעם קילאוויא האלט שוין אן אזוי לאנג, באדייט אז די עקספערטן זאמלען הויפנס מיט אינפארמאציע. עווענטועל וועט די אינפארמאציע צונוצקומען, צו קענען בעסער פאראויסזאגן וואולקאן אויפרייסן און די פאטענציעלע אימפאקטן פון יעדן אויפרייס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל