ברוקלין – פרא-אימיגראנטן אקטיוויסטן אין ניו יארק סיטי שטורעמען, נאכדעם וואס מען האט געהערט אז אן אומלעגאלער אימיגראנט איז ארעסטירט געווארן צוליב'ן דעליווערן פיצא. דער אימיגראנט פאבלאו ווילאוויסענסיא ארבעט פאר א פיצא געשעפט אין ברוקלין, און איז געשיקט געווארן צו מאכן א דעליווערי אינעם "פארט העמילטאן" מיליטערישע איינריכטונג אין דער געגנט. ווען ער איז אנגעקומען צו דער טיר, האבן אים די וועכטער רוטינליך געבעטן זיין אידענטיפיקאציע, און ער האט געצייגט אן "איי-די-ען-וויי-סי" ניו יארק סיטי אידענטיפיקאציע. ווען ס'איז צוריקגעקומען אז פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן זוכן אים, האבן מיליטערישע אפיצירן פון "פארט העמילטאן" ארעסטירט ווילאוויסענסיא, און אים איבערגעגעבן פאר די אימיגראציע באאמטע, און ער שטייט יעצט אויס צו ווערן דעפארטירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל