ניו יארק – אן אפסטעיט ניו יארק איינוואוינער, וועמענס קאר האט זיך נישט געוואלט אנצינדן, איז שאקירט געווארן צו טרעפן אן אומגעלאדנטן גאסט אונטער'ן "הוד" פון זיין קאר, ווען ער האט געעפנט דעם צודעק און געזען א ריזיגן גיפטיגן שלאנג זיצן דארטן באקוועם. דאס האט פאסירט אין הענקאק, ניו יארק, וואו דער דרייווער זאגט אז זיין קאר האט זיך נישט אנגעצונדן, און הערנדיג א מאדנעם גערודער פון אונטער'ן הוד, האט ער באשלאסן עס צו עפענען און כאפן א בליק וואס דארטן טוט זיך. יענער האט שנעל אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן באשטעטיגט אז דער שלאנג איז א "טימבער רעטלסנעיק" סארט שלאנג, וועלכע איז שטארק גיפטיג און שעדליך, און די פאליציי האט סוקסעספול אוועקגעפירט דעם שלאנג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל