וואשינגטאן – אן אסאסיעטעד פּרעס באריכט דעטאליזירט, וויאזוי גרויסע אמעריקאנער ביזנעסער האבן אנגעהויבן שפילן א וויכטיגע ראלע אינעם קאמף קעגן דער גאן אינדוסטריע אין אמעריקע. לויט'ן באריכט, האט זיך דאס אנגעהויבן בעיקר אלס רעזולטאט פון דער שיסעריי אין דער פארקלענד שולע אין פלארידע, וועלכע האט געברענגט א מאסיווע נייע אנטי-גאן באוועגונג דורך די ארטיגע סטודענטן, און די באוועגונג האט געברענגט אז פילע גאן פראדוצירער און גאן-פארבינדעטע ארגאניזאציעס קענען מער נישט אפערירן קיין באנק אקאונטס אין "בענק אוו אמעריקע", און אויך האבן אנליין-פעימענט פירמעס אויפגעהערט צו סערווירן גאן-פארקויפער. די פרא-גאן אמעריקאנער זאגן, אז די פירמעס און בענק טוען דערמיט טשעפען די "צווייטע אמענדמענט" רעכטן פון אמעריקאנער בירגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל