מאנהעטן – דער ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער, קאורי דזשאנסאן, האט נעכטן געמאלדן אז ער אינדארסירט גאווערנאר ענדרו קאומאו פאר ווידערוויילונג צו א דריטן טערמין, דערלאנגענדיג א שטארקן פאראויסשטופ פאר קאומאו'ס שאנסן. קאומאו איז סייווי דערווארט צו געווינען די דעמאקראטישע פריימערי, וויבאלד זיין קעגנער סינטיע ניקסאן האט דערווייל נישט באוויזן אויפצוטרייבן גענוג שטיצע צווישן דעמאקראטישע וויילער, און איר איינפלוס אין דער פארטיי לענגאויס די סטעיט קומט ניטאמאל צו צו קאומאו'ס. מען האט אבער געהאט דערווארט די מעגליכקייט אז סיטי קאונסיל ספיקער דזשאנסאן וועט אינדארסירן ניקסאן, וויבאלד ער איז מיט איר אויף איין קנעפל ווען עס קומט צו פארשידענע ליבעראלע סאציאלע אישוס – אבער עווענטועל האט דזשאנסאן אינדארסירט קאומאו.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל