בריסל – נעכטן האט "רויטערס" באריכטעט, אז די אייראפעאישע יוניאן לענדער פלאנירן ארויפצושטעלן האנדלס שטייער שטראפן אויף אמעריקאנער פראדוקטן, וואס ווערן אריינגעליפערט צו אייראפעאישע לענדער, אלס נקמה קעגן דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט האנדלס שטייער שטראפן אויף אייזן און אלומינום וואס ווערן געברענגט פון אנדערע לענדער קיין אמעריקע. דער אייראפעאישער יוניאן פלאן רופט פאר שטייער שטראפן אויף אמעריקאנער פראדוקטן אין ווערד פון 3 ביז 5 ביליאן דאלאר, און דאס איז אויסער וואס קאנאדע האט שוין נקמה גענומען מיט שטייער שטראפן אויף אמעריקאנער פראדוקטן אין ווערד פון 12.9 ביליאן דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל