צאנא – נעכטן האט מען געהערט אז די יו-ען ארבעט גאר העפטיג אויף א גרויסצוגיקן פלאן, איינמאל פאר אלעמאל צו ענדיגן די אנגייענדיגע שלאכטן אין תימן, און צוריקשטעלן א רעגירונג און ארדענונג אין לאנד. פון די פונקטן פונעם יו-ען פלאן וואס זענען ארויסגערונען נעכטן, זעט מען אז די יו-ען וועט פארלאנגען אז די איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן זאלן גענצליך אויפגעבן זייערע מיסילס, און אין אויסטויש וועט סאודי אראביע זיך פארפליכטן אפצושטעלן זייערע נאכאנאנדע באמבארדירונגען אויף די האוטיס.
![בילד בילד](https://blogger.googleusercontent.com/img/proxy/AVvXsEhf3oA7nrejIxt5aFlhOfVO90UEJ6Q8mW_0wHHfY27vWbl9tww_yRHNcFY2mrducQm7ggRSCQPxxwXDSPXouo2lkv4yyqQtztt1IPXhpI9YkbwIktNGUYRcRr4P2EyYYIu9mxeUARS63QD5wgkYu9TGLgOJwfozw8tmM0B6F1I0oXS_hqtkpbiBInVbnEGvma0IN89O7f_1vLSPttQk8yuAHP4mzhikOg=s0-d-e1-ft)
הוסף רשומת תגובה