וואַשינגטאָן. — קאָנגרעס האָט דינסטאָג מיט גרויס איבערוויגנדע מערהייט דורכגעפירט אַן אומפּאַרטייאישן טורמע רעפאָרם ביל וואָס מאַכט גרינגער אויף פאַרשידענע וועגן דעם צושטאַנד פון אַרעסטאַנטן אין די תפיסות און אויך נאָך ווי זיי קומען אַרויס.

די "תפיסה רעפאָרם געזעץ" וואָס איז אָפיציעל באַוואוסט אַלס "ערשטער טריט אַקט" — געשריבן דורכ'ן רעפּובליקאַנער קאָנגרעסמאַן קאָלינס פון דזשאָרדזשיע און דער דעמאָקראַטישער קאָנגרעסמאַן האַקים דזשעפריס פון וויליאַמסבורג און דרום–ברוקלין — אויטאָריזירט די רעגירונג אויסצוגעבן 250 מיליאָן דאָלער איבער פינף יאָר אויסצואַרבעטן און צו פאַרברייטערן געוויסע פּראָגראַמען צו העלפן רעדוצירן פאַר אַרעסטאַנטן די צייט וואָס זיי שמאַכטן אין טורמע און צו געבן מער דערמוטיגונגען פאַר גוטע אויפפירונג.

בילד



דער ביל וועט העכערן די פאַרשידענע טורמע קורסן וואָס אַרעסטאַנטן מיט גוטע אויפפירונג ווערן געגעבן, און אויך וועט דאָס שענקען הילף קעגן אַלקאָהאָל און דראָג אַביוז און גייסטיגע געזונטהייט הילף. "דאָס זענען אינדיווידועלן וואָס זענען אַצינד אינעם סיסטעם אָן קיין האָפענונג, אָן קיין מעגליכקייט און אָן קיין שום באַדייטפולן שאַנס אויף זיך איבערמאַכן — האָט דזשעפריס דערקלערט אין קאָנגרעס פאַר די אָפּשטימונג — און דער פוירסט-סטעפּ-אַקט שטעלט דאָס צו פאַרוואָס זאָלן מיר דאָס אַנטזאָגן?"

דאָס געזעץ ווערט באַטראַכט אַלס אַ הויכע פּריאָריטעט פאַר'ן ווייסן הויז אַ דאַנק די שטאַרקע שטיצע וואָס עס געניסט פון דזשערעד קושנער, פּרעזידענט טראָמפּ'ס איידעם, וועמענ'ס פאָטער איז אַליין דורכגעגאַנגען דעם פעדעראַלן טורמע סיסטעם. קושנער האָט געאַרבעט נאָענט מיט די פאַרפאַסער פונעם ביל און געהאָלפן איינאָרדענען אַ טורמע-רעפאָרם סאָמיט אין ווייסן הויז די פאַרגאַנגענע וואָך מיט דער באַטייליגונג פון פּרעזידענט טראָמפּ. טראָמפּ האָט פרייטאָג גערעדט איבער דעם ביל, זאָגנדיג: "אַמעריקע איז אַ לאַנד וואָס גלויבט אין די מאַכט פון 'תשובה' (רעפּענט). אַמעריקע איז אַ לאַנד וואָס גלויבט אין צווייטע, און אין דריטע, און אפשר אויך, אין פערטע שאַנסן".

חרדי'שע עסקנים האָבן אויסגעדריקט אַ שטאַרקן דאַנק פאַר קאָנגרעסמאַן האַקים דשעפריס, וועלכער פאַרטרעט אַ קליינעם טייל פון די חרדי'שע וויליאַמסבורג, ווי אויך פאַרטרעט ער אָרטאָדאָקסישע געמיינדעס אין דרום–ברוקלין, וועלכער איז געווען אַ שטאַרקער טרייב-קראַפט דורכצופירן דעם "תפיסה רעפאָרם געזעץ" וואָס וועט ערמעגליכן פאַר פעדעראַלע אַרעסטאַנטן פריער צו פאַרלאָזן די טורמעס. זיי דריקן אויך אויס אַ שטאַרקן דאַנק פאַר וויליאַמסבורג'ס קאָנגרעס-פרוי נידיאַ וואַלעזקועז, פאַר שטיצן דעם געזעץ, טראָץ וואָס זי איז געקומען אונטער דרוק דערקעגן, נאָכ'ן הערן פון פירנדע עסקנים אין שפּיץ פון הרה"ח ר' משה דוד נידערמאַן הי"ו ווי וויכטיג דער געזעץ איז צו העלפן אַזעלכע וואָס דינען לענגערע טורמע טערמינען אַהיימקומען פריער צו זייערע משפחות.

דער פּריזאָן רעפאָרם געזעץ איז די אַרבעט פון לאַנגע יאָרן שתדלנות פון געטרייע עסקנים, אין שפּיץ פון הרב ר' משה מאַרגערעטן הי"ו, און פאַרשידענע אינטערעסן וואָס זוכן צו שניידן די אַבנאָרמאַלע לאַנגע טורמע טערמינען. דער איצטיגער געזעץ וועט העכערן די צייט וואָס מ'קען אַראָפּרעכענען פון אַ טורמע אורטייל פאַר זיך גוט אויפפירן, צו קענען אויסדינען אין אַ "האַלב-וועג הויז" (וואו מ'דאַרף בלויז זיין צו שלאָפן אין די וואָכנטעג, אָבער במשך דעם טאָג קען מען אַרויסגיין) אָדער אונטער הויז-אַרעסט.


אויך גיט עס די מעגליכקייט פאַר אַרעסטאַנטן פריער אַרויסצוגיין אויב זיי שליסן זיך אָן אין אַ פאַך טרעינינג א.ד.ג. אין טורמע, און עס שטעלט צו אַ פערטל ביליאָן דאָלאַר במשך עטליכע יאָר צו קענען צושטעלן מער אַזעלכע פּראָגראַמען אין טורמעס, וואָס איצט נעמט זייער לאַנג זיך איינצושרייבן דערין.

טראָצדעם וואָס דער געזעץ האָט אָנגעצויגן אַן איבערוויגנדע מערהייט פון 360 קעגן 59 שטימען, האָט עס אין דער לעצטער מינוט געהאָנגען אויף אַ האָר אויב עס וועט דורכגיין. דער געזעץ האָט געדאַרפט האָבן כאָטש צוויי דריטל שטימען אַז עס זאָל באַשטעטיגט ווערן אין קאָנגרעס. אויב עס האָט ווען נישט די צאָל שטימען, דאַרף עס ווען צוריקגיין צו די קאָמיטע, אונטער די קאָנגרעס פּראָצעדורן, און עס וואָלט געווען זייער שווער עס נאָכאַמאָל אויפצוברענגען.

אין די לעצטע טעג, איז דער געזעץ געקומען אונטער אַטאַקע דורך געוויסע פונעם ליבעראַלן פליגל, וועלכע האָבן גע'טענה'ט אַז עס רעדוצירט נישט גענוג שטאַרק די טורמע טערמינען, ווי אויך זענען דאָ פירנדע סענאַטאָרן וואָס שטעלן זיך אַז עס מוז אויך איינשליסן פּראָוויזיעס צו שניידן די אַבנאָרמאַלע טורמע שטראָפן וואָס ווערן אַרויסגעגעבן אין די פאַראייניגטע שטאַטן. פון די אַנדערע זייט זענען דאָ קאָנסערוואַטיוון וואָס זענען בכלל קעגן ווייכער מאַכן די טורמע שטראָפן. די הויפּט איניציאַטאָרן פונעם געזעץ און די געטרייע עסקנים זענען אָבער געווען קלאָר אַז מ'מוז כאָטש דורכפירן די קליינע דערגרייכונגען און שפּעטער אַרבעטן אויף ווייטערדיגע שריט בעז"ה אַראָפּצוברענגען די לאַנגע טורמע טערמינען.

אין אַ פאַרזוך צו פאַרזיכערן יעדע שטימע, האָט הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאַן הי"ו, פּרעזידענט פון די "פאַראייניגטע אידישע אָרגאַניזאַציעס פון וויליאַמסבורג" (יו– דזשעי–אָו) זיך געוואָנדן צו קאָנגרעספרוי נידיע וואַלעזקועז, וועלכע פאַרטרעט דעם ציבור אין וויליאַמסבורג און מ'האָט ב"ה מיט איר אַ גאָר נאָענטע צוזאַמענאַרבעט, אַרויסצוברענגען ווי שטאַרק מ'קוקט אַרויס אַז דער געזעץ זאָל דורכגעפירט ווערן. אויך איז געווען אינסטרומענטאַל אין די שתדלנות הרב מאיר פריעדמאַן שליט"א, רב דקהל שבת אחים פון די איסט סייד וועלכער אַרבעט נאָענט מיט די קאָנגרעספרוי.

וואַלאַזקועז, וועלכער האָט נאָכנישט געהאַט אָפיציעל ערקלערט וויאַזוי זי וועט שטימען ביז'ן לעצטן טאָג, האָט ענדגילטיג אָפּגעגעבן איר שטימע פאַר'ן געזעץ, נאָכ'ן ערהאַלטן די דרינגענדע ווענדונגען דערוועגן. די עסקנים האָבן איר שטאַרק באַדאַנקט פאַר איינזען אַז עס איז וויכטיג צו שטיצן דעם געזעץ כדי אָנצוהייבן מאַכן פאָרשריט אין די הינזיכט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל