לאָקאַלע באַפעלקערונגען אומגעטוישט אָדער רעדוצירט, סיידן אין קרית יואל, פון מעיבראָק, מאָנטגאָמערי ווילעדזשעס.

לויט 17 ' מוניציפּאַלע באַפעלקערונג שאַצונגען וואָס זענען פאַרעפנטליכט געוואָרן דעם פאַרגאַנגענעם דאָנערשטאָג דורך די צענזוס–ביוראָו, איז קרית יואל און די קליינע ווילעדזשעס מעיבראָק און מאָנטגאָמערי יעדער באַזונדער געוואַקסן מיט אַרום 20 פּראָצענט זייט די 10 ' צענזוס, וואָס מאַכט זיי אַלס דריי פון ניו יאָרק'ס פיר שנעל– וואַקסענדסטע מונציפּאַליטעטן אין פּראָצענט טערמינען דורכאויס די צייט.

בילד



פאַר רוב מוניציפּאַליטעטן אין אָרענדזש, אָלסטער און סאָליווען קאַונטיס, ווייזן די באַפעלקערונג–שאַצונגען ביז יולי– 1 17', אַז זיי האָבן אַממיינסטענס פאָרגעזעצט אַן ענליכע גאַנג פון די פריערדיגע צענזוס. די נומערן אין רוב סיטיס, טאַונס און ווילעדזשעס אין אָרענדזש, אָלסטער און סאָליווען קאַונטיס, זענען זענען געבליבן אויפ'ן זעלבן שטאַפּל אָדער געפאַלן, מיט באַדייטענדע וואוקס אין בלויז אַ הויפן פון אָרענדזש–קאַונטי קאָמיוניטיס. צום ביישפּיל, איז ניו–ווינדזאָר ווייטער געוואַקסן מיט מער ווי 2,500 איינוואוינער זייט די 10 ' צענזוס און איצט ווערט זי געשאַצט צו האָבן קרוב צו 28 טויזענט איינוואוינער.

די יערליכע שאַצונגען וואס ווערן דורכגעפירט צווישן יעדע צענזוס זענען נישט שטענדיג אַקוראַט, און טיילמאָל רעווידירט די צענזוס–ביוראָו די פריערדיגע רעכענונגען ווען זי גיט אַרויס די נייע ציפערן. צום ביישפּיל, אין 10 ' האָט די ביוראָ באַשלאָסן אַז קרית יואל'ס באַפעלקערונג האט דערגרייכט 23,414 ביז יולי 09 ', אָבער פאַקטיש האָט זי באַריכטעט דעם פאָלגענדן יאָר אַז די אָפיציעלע צענזוס איז געווען 20,175 . אַ שפּעטערדיגע שאַצונג פון יולי 13 ', איז געווען 21,894 . קרית יואל'ס פאַרגאַנגענע נומערן האָט זיך אַביסל גערוקט און רעפלעקטירט יעצט אַ העכערונג פון קרוב צו 4,000 מענטשן צו מער ווי 24 טויזענט איינוואוינער פון אינמיטן דעם פאַרגאַנגענעם יאָר בליעה"ר.

די העכערונג, וואָס ווערט געטריבן דורך אַן אינערליכער וואוקס צוליב גרויסע משפחות, איז דערווייל געווען די גרעסטע אין דער געגענט. און דאָך די איבריגע רעלאַטיוו– באַשיידענעם וואוקס פון מענטשן צוליב דעם אויפבוי פון רעזידענץ–הייזער אין מעיבראָק און מאָנטגאָמערי, איז גענוג פאַר יענע ווילעדזשעס זיך צו פאַרמעסטן מיט קרית יואל אין וואוקס–ראַטעס. צום ביישפּיל, מעיבראָק איז געוואקסן טיילווייז צוליב די "בלוסטאָון קאַמענס", אַ נייע האַוזינג קאָמפּלעקס פאַר עלטערע–לייט 55 יאָר און העכער. כאָטש די ווילעדזש האָט געהאַט ווייניגער ווי 3,600 מענטשן ביז דעם פאַרגאַנגענעם יולי, איז איר 20.7 פּראָצענט העכערונג זייט 10 ' געווען די צווייט–גרעסטע אין די סטעיט. סטעיטוויייד, איז בלויז שיכון–סקווירא אין ראַקלענד–קאַונטי געוואַקסן שנעלער ווי מעיבראָק, קרית יואל און מאָנטגאָמערי דורכאויס דער צייט, מיט אַ ראַטעס פון 21.7 פּראָצענט בליעה"ר.

 דער טאַון–אָוו–מאָנראָו מיט אירע מער ווי 44,000 מענטשן, איז די גרעסטע מוניציפּאַליטעט אין אָרענדזש, אָלסטער און סאָליווען קאַונטיס, אַ סטאַטוס וואָס וועט זיך טוישן ווען קרית יואל — וואָס באַטרעפט מער ווי האַלב פון מאָנראָו'ס באַפעלקערונג — וועט זיך אָפּטיילן און פאַרוואנדעלט ווערן אַלס אַ באַזונדערע טאַון. מער ווי צוויי דריטל פון די 87 מוניציפּאַליטעטן אין די דריי קאַונטיס האָבן פאַרלוירן באַפעלקערונג זייט די 10 ' צענזוס.

די גרעסטע רעדוקציע איז געווען אין די סיטי–אָוו–קינגסטאָן, וואָס איז געפאַלן מיט מער ווי 700 מענטשן צו אַ געשאַצטע 23,169 . באַפעלקערונג–שאַצונגען פאַר יולי 1 17 ' האָבן אָנווייזן, אַז דריי פון די פיר מוניציפּאַליטעטן מיט די שנעלסטע וואוקס–ראַטעס אין ניו יאָרק זייט די 10 ' צענזוס זענען אָרענדזש–קאַונטי ווילעדזשעס. פאָלגענד זענען די גרעסטע פּראָצענט העכערונגען אין די סטעיט 10 ' ביז 17 ', און די 17 ' באַפעלקערונג שאַצונגען פאַר די ערטער: שיכון–סקווירא איז געוואַקסן מיט 21.7 פּראָצענט צו 8,451 מענטשן בליעה"ר; ווילעדזש–אָוו–מעיבראָק 20.7 פּראָצענט, 3,570 ; קרית–יואל 19.7 פּראָצענט, 24,155 בליעה"ר; ווילעדזש–אָוו–מאָנטגאָמערי 19.6 פּראָצענט, 4,562 ; ווילעדזש–אָוו–סעדל–ראָק 18.4 פּראָצענט, 983 ; און ווילעדזש–אָוו נאָורט–הילס 14.4 פּראָצענט, 5,808 . פאָלגענד זענען די 5 מוניציפּאַליטעטן אין דער געגענט )אָרענדזש, אָלסטער און סאָליווען קאַונטיס( מיט די גרעסטע געשאַצטע באַפעלקערונג העכערונגען פון די 10 ' צענזוס צו יולי 17 ': טאַון–אָוו–מאָנראָו 4,402 )נעמט אַריין דער וואוקס אין קרית יואל, וואָס איז דערווייל טייל פון מאָנראָו (קרית–יואל: 3,980 ; טאַון–אָוו ניו–ווינדזאָר 2,526 ; טאַון–אָוו וואוילקיל 1,516 ; און טאַון–אָוו–מאָנטגאָמערי 1,353 ) נעמט אַריין די העכערונגען אין די ווילעדזשעס מאָנטגאָמערי און מעיבראָק, וואָס זענען אין די טאַון (פאָלגענד זענען די 5 מוניציפּאַליטעטן אין דער געגענט) אָרענדזש, אָלסטער און סאָליווען קאַונטיס (מיט די גרעסטע געשאַצטע באַפעלקערונג רעדוקציעס פון די 10 ' צענזוס צו יולי 17 ': סיטי–אָוו–קינגסטאָן: אַראָפּ מיט 724 ; טאַון–אָוו–וואוירוויק 706 ; טאַון–אָוו–מאַמאַקאַטינג 566 ; טאַון–אָוו– ליבערטי: 521 ; און סיטי–אָוו– ניובורג 503.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל