רוים – די נייע עקסטרעם-רעכטע איטאליענער רעגירונג האט זיך נעכטן געבראכן, זאגנדיג אז זי וועט יא אקצעפטירן 226 פליטים וועלכע געפינען זיך אין ים נעבן אירע ברעגעס. איטאליע האט מיט א וואך צוריק אפגעזאגט א שיף מיט העכער 600 אימיגראנטן, און עווענטועל האט שפאניע אקצעפטירט יענע פליטים. אצינד האט זיך עס געהאנדלט פון א פרישער שיף, דורך א דייטשישער וואוילטעטיגער ארגאניזאציע, וועלכע האט געראטעוועט 226 פליטים פון זינקענדיגע שיפן. די איטאליענער רעגירונג האט קודם נישט געוואלט ארייננעמען די פליטים, אבער נעכטן האט זי געזאגט אז זי וועט יא אריינלאזן די פליטים, אבער וועלן קאנפיסקירן די שיף פון דער ארגאניזאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל