איסטאנבול – מ'האט נעכטן געהערט פון די אפאזיציע פארטייען אין טערקיי, אז זיי זענען זייער אפטימיסטיש איבער די נאציאנאלע פרעזידענט און פארלאמענט וואלן וואס גייען פארקומען זונטאג אין לאנד. דער אפטימיזם קומט, צוליב וואס אנקעטעס צייגן אז די פירנדע פארטיי, פונעם דיקטאטורישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן, וועט פארלירן זייער מאיאריטעט צום ערשטן מאל אין זעכצן יאר, און אויך איז שטארק מעגליך אז ערדואן אליינס וועט אראפגעווארפן ווערן פון בענקל. ווי די אפאזיציע זאגט, וועלן זיי שטעלן 519,000 מאניטארס ביי די 180,000 וואל צענטערן איבער'ן לאנד, צו פארזיכערן אז ס'ווערן דורכגעפירט דעמאקראטישע וואלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל