טאקיא – די יאפאנעזער רעגירונג האט געמאלדן, אז זיי וועלן אפשטעלן די מאסיווע עוואקואציע דרילס וועלכע זענען ביז יעצט אפגעהאלטן געווארן יעדע שטיק צייט, אלס רעזולטאט פון דעם אפגעשוואכטן געפאר פון א באלדיגער מיסיל אטאקע דורך צפון קארעא. די דרילס פלעגן פארקומען, צוצוגרייטן די יאפאנעזער בירגער וויאזוי צו רעאגירן אין פאל פון א מאסיווער צפון קארעאר מיסיל אטאקע, אבער זעענדיג אז צפון קארעא האט זיך געזעצט צום פארהאנדלונגס טיש מיט אמעריקע און דרום קארעא, אריינגערעכנט דער היסטארישער טראמפ-קים סאמיט, האט יאפאן באשלאסן, אויף דערווייל, אז די דרילס פעלן מער נישט אויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל