אינדיאנא – אן אינדיאנא פאליציי אפיציר איז אויסגעלויבט געווארן דורך מאטאריסטן איבער'ן לאנד, נאכדעם וואס ער האט אפגעשטעלט און באשטראפט א דרייווער וועלכער האט געדרייווט צו לאנגזאם. דער אפיציר סטיווען וויליס האט אפגעשטעלט דעם דרייווער אויף אינטערסטעיט-65, נאכדעם וואס זי איז געפארן אזוי פאמעלעך אין דער "שנעלער ליניע", אז צוואנציג קארס אונטער איר זענען געווען געצוואונגען אראפצונידערן זייער גאלאפ און נאכקריכן איר אויטא. זי האט דערמיט פארלעצט דאס אינדיאנא געזעץ, וועלכע זאגט אז די לינקע ליניע איז בלויז געמאכט פאר שנעלע טראפיק, און אפיציר וויליס האט געשאנקען א טיקעט פאר'ן דרייווער. דער לויב האט נישט געשפעטיגט צו קומען, און פילע האבן גאר קאמיש רעקאמענדירט אז אפיציר וויליס זאל באקומען דעם "נאבעל שלום מעדאל" פאר זיין "העראאישן" אקט...
הוסף רשומת תגובה