מאנהעטן – גרויסע וואלקנקראצער געביידעס זענען דער שטאלץ פון ניו יארק סיטי, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז ניו יארק סיטי איינוואוינער און לאקאלע פאליטישאנס זענען שוין מיד דערפון. א באריכט נעכטן אינעם "ניו יארק פאוסט" דעטאליזירט, וויאזוי לענגאויס ניו יארק סיטי, אין פילע קאמיוניטי באורדס, האט מען געהערט דעם זעלביגן רוף, אז די סיטי בילדינגס דעפארטמענט זאל איינשטעלן נייע צוימונגען איבער ווי הויך נייע געביידעס קענען געבויעט ווערן. די מאנהעטן קאמיוניטי באורד 8 רופט די סיטי רעגירונג צו שטעלן א צוימונג, אז געביידעס זאלן נישט טארן זיין העכער ווי 210 פיס, און אין דער זעלבער צייט פרובירט דער ברוקלין בארא פרעזידענט, עריק עדעמס, צו צווינגען אז די ניי-פארגעשלאגענע 986-פיסיגע געביידע אויף פלעטבוש עוועניו אין ברוקלין, זאל נאר מעגן זיין 600 פוס הויך.
הוסף רשומת תגובה