סינגאפור - פון איבער דער וועלט האט מען זיך נעכטן צוגעקוקט מיט שפאנונג, מיטהאלטנדיג דעם גאר היסטארישן מאמענט, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט זיך געטראפן פערזענליך מיט"ן צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג אן, ברענגענדיג האפענונג אז פונעם היסטארישן סאמיט וועט ארויסקומען א דיעל פאר שלום און רואיגקייט.

בילד




דער סאמיט האט זיך אפיציעל אנגעהויבן אום 9:00, ווען די מאטארקאדעס פון טראמפ און קים האבן פארלאזט זייערע האטעלן, און אפגערייזט צום סענטאסע אינזל, צום ארטיגן קאפעלא האטעל. א ספעציעלע פלאטפארמע, באצירט מיט אמעריקאנער און צפון קארעאר פענער, איז אוועקגעשטעלט געווארן, וואו פארנט פון די אויגן פון דער גאנצער וועלט האבן טראמפ און קים געשפאנט איינער קעגן צווייטן, זיך גערייכט די הענט, זיך באגריסט, און דערנאך זיך געלאזט פאטאגראפירן.

פון דער פלאטפארמע, זענען טראמפ און קים אריינגעפירט געווארן אינעווייניג אינעם האטעל, וואו עס איז געווען א צוגעגרייטער צימער פאר זייער פריוואטער געשפרעך. ביים אנהייב פונעם געשפרעך, האט קים זיך אויסגעדרוקט אז ס׳איז געווען שווער און מ׳איז בייגעקומען פילע שטערונגען צו גרייכן צום היסטארישן מאמענט, און טראמפ האט געזאגט אז ער איז זיכער אז מען וועט האבן א גאר גוטע פריינטשאפט און גוטע באציאונגען, צולייגנדיג אז ס׳איז אים אן עהרע זיך צו טרעפן מיט קים.

ווי געסקעדזשועלט, האבן טראמפ און קים פריוואט געשמועסט פאר 45 מינוט, און בלויז 2 דאלמעטשער זענען אנוועזנד געווען אינעם צימער. ארויסקומענדיג האט טראמפ געזאגט אז ס׳איז געווען א גאר גוטער געשפרעך, און קים האט אויך געזאגט קורצע ווערטער פאר די מידיא, זאגנדיג אז ער גלייבט אז דאס איז דער אנהייב פון שלום און פרידן. פון דארט זענען ביידע געגאנגען צו א ברייטערער זיצונג, מיט דער באטייליגונג פון אמעריקאנער און צפון קארעאר דיפלאמאטן, און שפעטער איז געווען געסקעדזשועלט א מיטאג מאלצייט פאר טראמפ און קים.

שרייבנדיג די שורות האט מען געווארט צו הערן עפעס קאנקרעקט פונעם גאנצן סאמיט, אבער דערווייל האט מען גארנישט געהערט. פארט זאגן עקספערטן אז היסטאריע איז געמאכט געווארן, און דאס איז געווען א סאמיט וואס וועט אריינגיין אין היסטאריע ביכער, און האפנטליך טאקע ברענגען אן אנהייב פון דער ענדע פון צפון קארעא׳ס אגרעסיעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל