וויען. – איבער דער וועלט, און ספעציפיש אין אמעריקע וואו מען שטייט יעצט אינעם סאמע פארנומענסטן טראוועל סעזאן פונעם יאר, קוקט מען ארויס מיט האפענונג פאר ביליגערע געזאלין פרייזן, וויבאלד מען הערט אז ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז דאס וועט עררייכט ווערן, ביי א זיצונג וועט גייט פארקומען צווישן די אראבישע אויל-פראדוצירנדע "אפעק" לענדער.

דער זיצונג וועט פארקומען פרייטאג, און די האפענונג אז די לענדער וועלן גרייכן א דיעל, איז געקומען מיטוואך נאכמיטאג, ווען מען האט געהערט אז איראן איז גרייט איינצוגיין אויף א שטיקל אפמאך צו הייבן איר פראדוקציע פון אויל – נאכדעם וואס זי האט פאר די לעצטע עטליכע וואכן קלאר געזאגט אז זי איז קעגן הייבן איר פראדוקציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל