וואשינגטאן. – דאס ווייסע הויז האט געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט קעטי קראנינגער (Kathy Kraninger), אן איינגעשטעלטער אין ווייסן הויז "אפיס פון בודזשעט און מענעדזשמענט", אנצופירן די פעדעראלע "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן ביורא" (סי.עף.פי.בי.) – און איר נאמינאציע האט באלד געפירט צו קריטיק פון ביידע זייטן, סיי פון קאנסערוואטיוון און סיי פון ליבעראלע קאנסומער אדוואקאטן, וועלכע האבן געשריגן אז קראנינגער האט א נישט-גוטן רעקארד אויף די אישוס.
קראנינגער וועט ערזעצן איר ארבעטסגעבער, מיק מאלוועיני, וועלכער דינט אלס פירער פונעם בודזשעט און מענעדזשמענט אפיס און אויך אלס צייטווייליגער דירעקטאר פונעם קאנסומער ביורא. מאלוועיני האט איבערגענומען די פאזיציע צייטווייליג מיט עטליכע מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס דער ביז דעמאלטדיגער אנפירער פון די ביורא, ריטשארד קארדרעי, האט רעזיגנירט צוליב געפעכטן מיט פרעזידענט טראמפ, וועלכער וויל בכלל אפשאפן די גאנצע ביורא.

הוסף רשומת תגובה