באריכט פון די געהויבענע באזוך פון רבינו שליט''א אין "קרית יטב לב"
פארגאנגענע מיטוואך נאכט איז די רבי אנגעקומען צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אלכסדר קאהן חבר הנהלת המוסדות.
דאנערשטאג אינדערפרי האט רבינו שליט''א געדאווענט אין ביהמ''ד "בית יהושע" צוזאמען מיט די עלטערע כיתות פון די תלמוד תורה. פאר'ן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' יעקב יצחק קעסטענבוים פון קרית יטב לב, פאר הבחור בן ר' שרגא שמואל שניצלער פון וויליאמסבורג, און פאר הבחור בן ר' יואל כהן פון קרית יואל. נאכ'ן דאווענען איז די רבי געגאנגען באזוכן די תלמוד תורה, צום ערשט איז די רבי ארומגעגאנגען אין אלע כיתות, דערנאך האט די רבי קובע מזוזה געווען אין די נייע אפיסעס פון די מוסדות.
אום 11:45 איז די רבי אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים פון די תלמידי התלמוד תורה, אין עטרת פעסל לאה. די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה ובזמרה, עס האט אויפגעטרעטן די דיין הרה"ג ר' יואל גאלד, און די מנהל ר' אליעזר יצחק גרינפעלד. די רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די תלמידי התלמוד תורה.
נאכמיטאג האט די רבי געזעגנט דעם עולם בבית האכסניא.
אום 8:00 האט די רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא. נאך מנחה האט באזוכט בײ רבינו שליט''א הרב אליעזר חיים גאלדשטיין אב"ד תהלה לדוד מאנטיסעלא, אינאיינעם מיט די עסקנים פונעם יושב אין מאנטיסעלא. דערנאך איז רבינו שליט''א געגאנגען צום מעמד "התחלת כתיבת ספר תורה" דורך די חברי קהילתינו, בבית הרה"ג ר' יואל מענדלאוויטש, ווי די רבי האט געשריבן די ערשטע אות. דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ''ד בית יהושע,
שפעטער איז רבינו שליט''א מכובד געווארן מיט מצוות "שליח הקן" דורך איינער פון די תושבים פון "קרית יטב לב".
פרייטאג אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד ד'קהילתינו אויף היקארי. נאכ'ן דאווענען האט די רבי פארהערט תלמידי כיתה ג' משניות מסכת ברכות, און תלמידי כיתה ד' גמרא מסכת ביצה, בבית האכסניא. דערנאך האט די רבי קובע מזוזה געווען אין די נייע "מעדיקל סענטער", דערנאך איז פארגעקומען א לחיים.
זונטאג בלק האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד בית יהושע, פאר'ן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' יעקב קלמן ווייס פון וויליאמסבורג, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה''ג ר' יואל גאלד. די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות. נאכ'ן דאווענען האט זיך די רבי אומגעקוקט אויף די אנגייענדיגע בוי ארבעט פון די נייע מקוה אין ביהמ''ד בית יהושע. דערנאך איז די רבי מיט בנו הגה''צ ר' אהרן, און די דייני קהילתינו, ארומגעגאנגען די נייע קריה צו באקוקן די עירוב. דערנאך האט רבינו שליט''א פארהערט די עלטערע כיתות, בבית האכסניא. דערנאך האט באזוכט בײ רבינו שליט''א די מעיאר אין די טראסטי פון בלומינגבורג ווילידזש. דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפה בבית האכסניא, מיט די חברי הנהלת המוסדות. דערנאך איז געווען קבלת קהל בבית האכסניא. דערנאך האט די רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא. נאך מנחה האט די רבי געגעבן א דרשה הכנה לימי הקיץ פאר די בחורים תושבי "קרית יטב לב", בבית האכסניא.
מאנטאג אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד בית יהושע, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די "מעמד פתיחת הכולל" אין ביהמ''ד בית יהושע, די רבי האט געזאגט דברי פתיחה.
דער רבי איז ארויסגעפארן פון קרית יטב לב אום 12:45, באגלייט מיט שירה וזמרה דורך די ילדי תשב"ר, און איז צוגעפארן צום נייעם אפגעקויפטן בנין פאר די ווייץ מאגאזין שע"י בית האופה דקהלתינו, וואס געפינט זיך צווישן בלומינגבורג און קרית יואל. דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם בנין, וואס גייט אצינד אריבער רענאוואציעס, און באוואונדערט די שטארקע הרחבה.
אום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען למעון קדשו אין וומ"ב. און וועט אי"ה וויילן דא ביז מיטוואך פארנאכטס, ווען מ'וועט ארויספארן קיין מאנטשעסטער.

הוסף רשומת תגובה