דאס סירישע מיליטער האט געעפנט א מאסיווע אפעראציע און גרייטן זיך אויף א סימבאלישן און קריטיש וויכטיגן זיג, מיט׳ן איבערנעמען קאנטראל פונעם שטאט דאראַה, דרום סיריע, נאנט צו דער גרעניץ מיט מדינת ישראל.
דאראה פארמאגט א סימבאלישע און סטראטעגישע וויכטיגקייט, וויבאלד דאס איז דער שטאט ווי עס האט זיך אנגעהויבן דעם בירגער קריג מיט פראטעסטן קעגן דעם אסאד רעזשים מיט 7 יאר צוריק, און איז די לעצטע שטארקע באזע פאר די רעבעלן אין דרום סיריע.
דער ראיאן איז געווען באשוצט אונטער אן אפמאך וואס רוסלאנד האט אונטערגעשריבן, אלס געגנט וואו קיינער זאל נישט אטאקירן, אבער די רוסן זעלבסט האבן אין די לעצטע טעג דארט דורכגעפירט לופט אטאקעס און אנגעגרייט דעם באדן פאר א לאנד אינוואזיע דורך די אסאד טרופן.
דאס סירישע מיליטער האט די נאכט באמבארדירט אין דאראה הונדערטער מאל, און האט היינט באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל פון עטליכע ארומיגע דערפער, און ווי עס שיינט מארשירט זי פאראויס צו א כמעט זיכערן זיג.
גלייכצייטיג האט די יו.ען. באריכטעט, אז איבער 35 בירגער זענען שוין אומגעקומען אין די שלאכטן, און איבער 45 טויזנט איינוואוינער פון דאראה האבן גענומען דעם וואנדער שטעקן און געווארן פליטים איבערנאכט, און זיי ווארענען אז די שלאכטן ארום דאראה קענען זיך פארציען און ברענגען צו א בלוט-באד.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה