מאנסי – אין א שטארקן זיג פאר מוסדות התורה אין ניו יארק, האט א לעגיסלאטיווע קאמיטע אין דער ראקלענד קאונטי רעגירונג אפגעווארפן א רעזאלוציע וועלכע וואלט אפעלירט צו די סטעיט אויטאריטעטן, אז זיי זאלן אגרעסיוו אינפארסירן די געזעצן אז מ'מוז לערנען מיט די קינדער לימודי חול. א גרופע פורקי עול, ליידער מכם ובכם, זענען אנוועזנד געווען און האבן פרובירט צו העצן, אבער די לעגיסלאטורן האבן איינגעזען אין די ווילדע שטיק, פארארדענענדיג שעריף אפיצירן צו האלטן די יעניגע אין די ראמען. צווישן אנדערן האט מען אויך געהערט פון לעגיסלאטור מיטגליד ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו, וועלכער האט דראמאטיש געווארפן אין מיסט א באריכט וואס די יעניגע פארשוינען האבן צוזאמגעשטעלט. בחסדי ה' האט די קאמיטע אפגעווארפן דעם פארשלאג פאר דר רעזאלוציע.

בילד





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל