פראנקרייך – האלאקאוסט געדענקמאלן אין האלאנד און אין פראנקרייך זענען אין די לעצטע צוויי טעג וואנדאליזירט געווארן, אין באזונדערע אינצידענטן וואס די פאליציי באצייכענען אלס אנטיסעמיטיש. אין פאריז האבן וואנדאלן אוועקגענומען א שילד פון די "אווע מארי" עלעמענטערי סקול, וואס דער שילד איז געווען צו באעהרן אידישע שולע-קינדער וועלכע זענען פון דארטן דעפארטירט געווארן דורך די נאציס ימ"ש. אין האלאנד'ס מידען מוניציפאליטעט, 100 מייל פון אמסטערדאם, האבן פארשוינען אנגעפירקלט האקנקרייצן און אנדערע אנטיסעמיטישע סימבאלן אויף א מאנומענט פאר האלאקאוסט קרבנות. אויסער דעם איז א קאר פארנט פון א אידישע געשעפט אין טורין, איטאליע פארברענט געווארן, און די ארסאניסטן האבן געפירקלט "דער געשעפט באלאנגט פאר א איד".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל