ברוכים הבאים בשם ד' – כי מלאכיו יצוה לך!
א גוטן זומער, דער באשעפער זאל העלפן עס זאל זיין א געזונטער, רואיגער, פרייליכער, נחת'דיגער זומער, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט. צאתכם ובואכם לשלום. און נישט פארגעסן תפילת הדרך.
די וויכטיגסטע זאך ביים דרייוו'ן איז צו האלטן די קאנצענטראציע ביים רעדל און נישט ווערן "דיסטרעקטעד." וויבאלד זומער איז מען מער אין די קאר, מען פארט מער ארום, דארף מען בעסער אכטונג געבן צו פארמיידן פון פארלירן די קאנצענטראציע צו דרייוו'ן.
אז מען יאגט זיך, אדער מען איז נערוועז, קען מען נישט קאנצענטרירן געהעריג צו דרייוו'ן, נאר מען ווערט איבערגענומען פון די יאגעניש אדער נערוועזע געפילן. דאס קען ח"ו ברענגען צו ערנסטע עגמ"נ. אויך די אטמאספערע דארף זיין רואיג, די עיר קאנדישאן דארף גוט ארבייטן פשוט צו האלטן דעם דרייווער באקוועם.
עס איז ראטזאם צו דרייוו'ן ענדערש פאר'ן עסן ווי נאכ'ן עסן, ווייל אויף א ליידיגן מאגן דרייווט זיך מער מונטער און אויף א פולן מאגן מער אראפגעשלעפט.
אין א נאסע וועטער, איבערהויפט ביינאכט, איז די נאסע ראוד נאר איין פראבלעם. נאך אן ערנסטע פראבלעם איז די טונקלקייט, ווייל נאסע וועטער פארטונקלט די שיין פון די העדלייטס, און דער דרייווער קען נישט געהעריג זעהן פאראויס אויפ'ן האריזאנט. דאס איז געזאגט פאר דרייווערס, אבער נאך מער פאר פוסגייער זיך צו היטן.
זומער זענען דא מער קינדער אויפ'ן גאס, איבערהויפט נאנט צו הייזער. אנשטאט אריינפארן און דערנאך "ארויסבעקן" פונעם דרייוועי, "בעקט" אריין פארזיכטיג און שפעטער פארט ארויס גראד. דאס אליינס קען ראטעווען לעבנס. עס גייט א ווערטל מען זאל שטענדיג דרייוו'ן ווי מען וויל יענער זאל דרייוו'ן נעבן אייער הויז, און דאס איז געזאגט אויף קארס, באסעס און טראקס צוגלייך.
זומערדיגע היצן אפעקטירן נישט נאר די פאסאזשירן נאר אויך די קאר זעלבסט און אלעס דערינען. די לופט אין א פארמאכטע קאר קען זיין פיל הייסער ווי אינדרויסן, און מ'קען זיך אפבריען פון הייסע אייזן אדער פלעסטיק. עס איז ראטזאם צו פארקן אין א שאטן ווי איידער דירעקט אין זון שטראלן. היץ לייגט מער סטרעס אויף די אויל, דארף מען עס טוישן שנעלער ווי נארמאל.

הוסף רשומת תגובה