וואשינגטאן. - קאנגרעס האט נעכטן געשטימט קעגן א רעפובליקאנער ביל, וועלכע וואלט איינגעצוימט געהעריגע לעגאלע אימיגראציע, און וואלט אויך נישט צוגעשטעלט בירגערשאפט מעגליכקייטן פאר די 1.8 מיליאן דאקא אימיגראנטן אין אמעריקע. אויסער דעם האט קאנגרעס באשלאסן אפצושטופן א געפלאנטע אפשטימונג אויף נאך א אימיגראציע ביל, וואס דער פלאן איז אז די ביל וועט צושטעלן 25 ביליאן דאלער וויפיל טראמפ דארף פאר'ן גרעניץ וואנט.
דער אפגעווארפענער ביל וואלט נישט צוגעשטעלט א בירגערשאפט מעגליכקייט פאר אלע דאקא אימיגראנטן, אבער ווי געשריבן איז עס דורכגעפאלן. די אפשטיפונג אויפן צווייטן ביל איז געקומען, נאכדעם וואס עס איז קלאר געווארן אז דערווייל איז נישטא גענוג שטיצע דערפאר אין קאנגרעס, און אנשטאט וועט קאנגרעס מארגן פרובירן צו שטימען דערויף.

הוסף רשומת תגובה