וואשינגטאן. - פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט, אז צפון קארעא האט שוין צוריקגעשיקט די קערפער איבערבלייבענישן פון צוויי הונדערט אמעריקאנער אומגעקומענע זעלנער. טראמפ האט דאס געמאלדן ביי א ראלי מיטוואך נאכט אין דולוט, מינעסאטע, וואו ער האט ארויסגעברענגט דעם סוקסעס פון זיין סאמיט מיט קים יאנג אן, ביי וועלכע עס איז געשלאסן געווארן אן אפמאך און צפון קארעא האט פארשפראכן צוריקצוגעבן די קערפער פון די זעלנער.

אין אנדערע נייעס האט פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס געזאגט, אז דערווייל ווייסט ער נישט פון קיין שום שריט וואס צפון קארעא האט גענומען, אויפצוגעבן אירע נוקלעארע וואפנס. מעטיס האט אבער געזאגט אז דאס מיינט נישט אז זיי זענען נישט גרייט אויפצוגעבן זייערע וואפנס, ווייל מען שטייט נאך גאנץ אנהייב פון די געשפרעכן פראצעדור, און עס זענען נאכנישט אויסגעארבעט געווארן קיין דעטאלן וויאזוי דאס וועט פאסירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל