אויב שטעלט זיך דער נייער פלאן ארויס אלס א סוקסעס, וועט איר נישט דארפן פארן ביז לאנדאן צו זען דעם וואונדער וואס רופט זיך א צוויי שטאקיגער באס.

אין די טעג האבן די ערשטע צוויי שטאקיגע באסעס פון די עם-טי-עי אנגעהויבן קורסירן איבער מאנהעטן אלס טייל פון א פראבע צו זען אויב עס ארבייט זיך אויס.

די נייע באסעס פארמאגן פארשידענע פראקטישע מעלות פאר די טראנספארטאציע אגענטור, עס נעמט אריין 81 פאסאזשירן קעגן בלויז 57 וואס די ביז יעצטיגע באסעס נעמען אריין, און אזוי אויך שענקט עס פאר די רייזנדע א שענערע אויסקוק אויף די שטאט און עס ציט מער מענטשן זיך צו באנוצן מיט פאבליק טראנספארטאציע.

די באס איז 12 פוס און 10 אינטשעס הויך, ספעציעל צוגעפאסט עס זאל קענען אריבערפארן דעם לינקאלן טונעל וועלכע איז 13 פוס הויך, און די אגענטור זאגט אז אויב שטעלט זיך עס ארויס אלס סוקסעס וועלן זיי ערזעצן א גרויסע טייל פון זייער באסעס מיט די ״דאבל-דעקערס״.

 בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל