אין זיין ערשטן באזוך צו די סטעיט דעפארטמענט הויפטקווארטיר אלס פרעזידענט, איז פרעזידענט טראמפ היינט געקומען זיך באטייליגן אין דער איינשווערונגס צערעמאניע פון מייק פאמפעאו אלס נייער אמעריקאנער סעקרעטערי אף סטעיט.

דער טראמפ-באזוך דינט אלס מאראלישע חיזוק פאר'ן סטעיט דעפארטמענט, וואס איז אונטער'ן פריערדיגן סעקרעטערי אף סטעיט פארנאכלעסיגט געווארן צוליב די אנגייענדע מיינונגס פארשידנהייטן צווישן טראמפ און טילערסאן.

ביי די צערעמאניע, וואו עס האט זיך אויך באטייליגט וויצע פרעזידענט מייק פּענס, האט דער פרעזידענט געגעבן א רעדע אין וועלכער ער האט אויסגעלויבט פאמפעא אלס א ״ריכטיגער אמעריקאנער פאטריאט,״ און ארויסגעהויבן זיינע פילע יאר אין מיליטערישע דינסט.

פאמפעאו זעלבסט האט אויך געגעבן א רעדע, אין וועלכער ער האט ארויסגעלייגט זיין וויזיע פאר די אמעריקאנער דיפלאמאטיע, אריינגערעכנט דעם איראנער אפמאך, וואס ער האט באצייכנט אלס "פעלערהאפטיג" און אונטערגעשטראכן ער האפט צו ארבעטן מיט׳ן פרעזידענט דערוועגן אין די קומענדיגע טעג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל