אמווייניגסנטס 12 זענען אומגעקומען און צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן אין א זעלבסמארד אטאקע אין די הויפטקווארטירן פון די ליביער וואל קאמיטע, אין די הויפטשטאט טריפאלי, וואו ארטיגע רעגיסטרירן זיך צו די נאציאנאלע וואלן וועלכע וועלן פארקומען שפעטער היי-יאר.

אין אן אטאקע וואס ווערט געזען ווי א פארזוך צו סאבאטיזשירן די דעמאקראטישע פרעצעדור פון אוועקשטעלן א ציווילע רעגירונג, האט איין זעלבסמערדער געשטורעמט די געביידע און זיך אויפגעריסן, נאכגעפאלגט מיט נאך עטליכע טעראריסטן וועלכע האבן וואנדאליזירט די געביידע און געפלינדערט די סענסיטיווע דאקומענטן.

דאס איז די טויטליכסטע אטאקע וואס ליביע האט געזען אין די לעצטע דריי יאר, און דערווייל האט קיין שום טעראר גרופע נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע.
די אויטאריטעטן אין ליביע זאגן אז ווי עס שיינט איז אייסיס געשטאנען אונטער דעם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל