וואשינגטאן - די עף-בי-איי ווארנט, אז רוסישע העקערס האבן געהעקט הונדערטער טויזנטער אינטערנעט ראוטערס אין אמעריקאנער ביזנעסער און הייזער. לויט די עף-בי-איי'ס ווארענונג, האבן די העקערס דורכגעפירט די אטאקעס, מיט'ן ציהל ארויסצובאקומען די אינפארמאציע פון די באנוצער, אדער צו קענען גרינגערהייט אפהאקן און פאראליזירן דעם גאנצן אינטערנעט אין אמעריקע. די פעדעראלע באאמטע האבן שוין באקומען געריכטליכע ערלויבעניש צו קאנפיסקירן און אפשאפן א וועבסייט וואס די רוסישע העקערס האבן געוואלט נוצן צו קענען פון דארטן אנפירן ווייטערדיגע העקערייען אויף די ראוטערס, אבער ראוטערס וועלכע זענען שוין ביז יעצט אינפעקטירט געווארן, קען מען נישט פאררעכטן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל