טוניס – אויטאריטעטן אין טוניזיע זאגן, אז א פארשוין באוואפנט מיט א מעסער האט פרובירט צו אטאקירן פאליציי אפיצירן, וועלכע האבן באוואכט פארנט פונעם הויפט שוהל אין דער הויפטשטאט טוניס, אבער די פאליציי האט אים באוויזן אומשעדליך צו מאכן נאך איידער ער האט געקענט עמיצן שעדיגן. דער אטאקירער, א 45 יעריגער טוניזיער בירגער, איז צוגעקומען צו די פאליציי אפיצירן, וועלכע זענען טייל פון די אנגייענדיגע זיכערהייט מאסנאמען וואס די ארטיגע רעגירונג שטעלט צו פאר שוהלן און אנדערע אידישע געביידעס איבער'ן לאנד, און ער האט זיך גענומען שרייען אנטיסעמיטישע לאזונגען, פאכענדיג מיט א מעסער אין די הענט. די פאליציי זאגן אז ס'איז נישט קלאר צי זיין פלאן איז געווען צו שטורעמען די שוהל און אטאקירן מתפללים, אבער זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל