סעאל – אמעריקע האט נעכטן געזאגט אז זי האפט אז מ'וועט קענען לעזן די פרישע אנגעצויגנקייט מיט צפון קארעא, און פאראויסגיין מיט'ן געפלאנטן שפיצן-קאנפערענץ צווישן טראמפ און קים יאנג אן, אבער דערווייל איז גארנישט זיכער. נעכטן אינדערפרי האט דאס ווייסע הויז געזאגט אז זיי זענען בכלל נישט איבערראשט איבער צפון קארעא'ס סטראשע, ווען פרעסע סעקרעטאר סערע סענדערס האט געגעבן צו פארשטיין אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט געהאט ערווארטעט אז עס וועלן זיך מאכן שוועריגקייטן אויפן וועג צום סאמיט און אין לויף פון די געשפרעכן, אבער טראמפ איז גרייט ווייטער זיך אראפצוזעצן מיט קים יאנג אן. "אויב צפון קארעא וויל ווייטער האבן דעם סאמיט, זענען מיר גרייט, און אויב נישט, דאס איז אויך גוט" – האט סענדערס געזאגט. טראמפ האט געזאגט שפעטער פאר רעפארטערס אז "מ'וועט זען" וואס ס'בלייבט וועגן דעם סאמיט, אבער ער וועט ווייטער פארלאנגען אז צפון קארעא זאל אויפגעבן גענצליך נוקלעארע וואפנס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל