אנקארא – א טערקישער באנקיר איז נעכטן פאראורטיילט געווארן צו 32 מאנאטן טורמע אין אן אמעריקאנער געריכט, נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אויף קלאגעס, אז ער האט אנטיילגענומען אין א שווינדל וואס האט געצילט צו העלפן איראן אויסמיידן אמעריקאנער סאנקציעס. די רעדע איז פונעם 47 יעריגן האקאן אטילא (Mehmet Atilla), קעגן וועמען דער טערקישער באקאנטער ביליאנער ראזא זאראב האט אויפגעטרעטן אין געריכט, אלס טייל פון א "פלי בארגעין" אפמאך מיט די פעדעראלע אויספארשער. זאראב האט דעטאליזירט וויאזוי ער און אטילא האבן געטאן פארשידענע שריט צו כשר'ן געלטער פאר איראן, דורכ'ן אויסטוישן קארס און אנדערע פראדוקטן אין עטליכע לענדער, און אצינד איז אטילא פאראורטיילט געווארן. די טערקישע רעגירונג האט שארף אראפגעריסן דעם אורטייל, זאגנדיג אז ס'איז סתם א פאליטישע קעיס פון דער אמעריקאנער רעגירונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל