האוואנא – אוויאציע אויטאריטעטן אין קובא האבן געעפנט א גרונטליכן אויספארשונג, איבער'ן פליגער קראך וואס האט פאסירט פארלאפענעם פרייטאג נעבן א לופטפעלד אינעם הויפטשטאט האוואנא, וואו 111 זענען אומגעקומען. דער קראך האט פאסירט מיט א פליגער פון די "קובאנא דע אוויסיאן" לופטליניע, נאכ'ן זיך הייבן פונעם האזעי מארטי לופטפעלד, און אריגינעל האבן 3 איבערגעלעבט. נעכטן זענען איינער פון די איבערלעבער געשטארבן, און די 2 אנדערע געפונען זיך אין א קריטישן צושטאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל