האוואנא - א קובאנער עירליין מיט הונדערט און פיר פאסאזשירן האט אראפגעטראסקעט אין א קאַסאַווע פעלד, גלייך נאכן זיך הייבן פון האוואנא'ס האזעי מארטי אינטערנאַציאָנאַלער לופטפעלד פרייטאג. עס איז באריכטעט אז עס זענען געווען ניין מאנשאפט ביים זיך הייבן. עס איז נישט באוויסט וויפיהל זענען אומגעקומען.

אויטאָריטעטן האבן איבערגעגעבן אז די פליגער איז געווען געריכטעט צו די מזרח שטאט האלגואין, אבער האט געקראכט נישט ווייט פון די ראנוועי ענדע, אינדרויסן פון האוואנא. צוקוקערס האבן איבערגעגעבן אז זיי האבן געזעהן א דיקע שטראם פון רויעך נעבן די לופטפעלד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל