וואשינגטאן. – דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט און די עף-בי-איי האבן געמאלדן, אז זיי וועלן אויספארשן די באשולדיגונג פון פרעזידענט טראמפ, אז די עף-בי-איי האט געהאט איינגעפלאנצט א שפיאן אינערהאלב זיין קאמפיין, און יענער שפיאן האט געזאמלט אינפארמאציע און באווייזן, וואס זענען שפעטער גענוצט געווארן אלס בארעכטיגונג צו עפענען דעם אפיציעלן "טראמפ רוסלאנד" אויספארשונג, מיט באשולדיגונגען אז געוויסע הויכראנגיקע טראמפ קאמפיין באאמטע האבן קאאפערירט און צוזאמגעארבעט מיט רוסלאנד צו באאיינפלוסן די וואלן.

טראמפ'ס באשולדיגונג איז אפירגעקומען מיט עטליכע טעג צוריק, און זינט דאן האבן שוין דער ניו יארק טיימס, וואשינגטאן פאוסט און וואל סטריט זשורנאל געהאט פרישע באריכטן, מיט אויפדעקונגען אז די עף-בי-איי האט טאקע ווירקליך איינגעפלאנצט עמיצן אינעם טראמפ קאמפיין. יענער איז אומאפיציעל אידענטיפיצירט געווארן אלס סטעפאן האלפער, א פראפעסאר, וועמען די עף-בי-איי האט אנגעוויזן נאנט צו ווערן מיט טראמפ קאמפיין באאמטע, און האלפער האט פון די באאמטע געהערט פארשידענע זאכן איבער צוזאמארבעט מיט די רוסן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל