אלס טייל פון די סיטי׳ס פרואוו צו רעפארמירן דעם פאליציי דעפארטמענט און פארבעסערן די באציאונגען צווישן די בירגער און די פאליציי, וועלן פאליציאנטן דארפן אין די נאנטע צוקונפט דערלאנגען א ספעציעלע ביזנעס קארטל ווען זי שטעלט עמיצן אפ פאר סיי וועלכע פארלעצונג.

די קארטל וועט אנטהאלטן די פערזענליכע דעטאלן פונעם פאליציאנט, און אזוי אויך אינפארמאציע וויאזוי מען קען באקומען די ווידעאו וועלכע צייגט די האנדלונג פון די פאליציי דורך די ספעציעלע באדי-קאמערעס, וועלכע פאליציי זענען פארפליכטעט צו טראגן ווען זיי פירן דורך געזעץ אינפארסירונג פראצעדורן.

די ספעציעלע פראגראם וועט זיך אנהויבן אלס א פילאט-פראבע פראגראם אין 3 פריסקינטס און וועט שפעטער ווערן איינגעפירט איבער גאנץ ניו יארק סיטי, און אלע 63,000 פאליציאנטן וועלן דארפן דערלאנגען אזא קארטל וועלכע אינפארמירט דעם באטרעפנדן איבער זיינע רעכטן צו אנקלאגן דעם אפיציר אין פאל ער שפירט זיך באקריוודעט.

דער פראגראם ווערט שטארק קריטיקירט דורך טייל פאליציי אפיצירן און דורך ארגאניזאציעס וועלכע קעמפן פאר שטרענגערע געזעץ אינפארסירונג, און זאגן אז דאס וועט עפענען א פארפלייצונג פון קלאגעס קעגן פאליציאנטן און וועט זיי שטערן צו אויספירן זייער ארבייט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל