עס איז נעכטן אויפגעדעקט געווארן, אז א פירמע וועלכע באלאנגט צו טראמפ׳ס אדוואקאט, מייקל כהן, האט באקומען א האלב-מיליאן דאלער פון א פירמע וועלכע באלאנגט צו א רוסישע אליגארך מיט פארבינדונג צום קרעמלין.
די פירמע, ״קאלאמבוס נאווע״, איז פארבינדן צום רוסישן אליגארך, וויקטאר וועקסענבערג, וועלכע האט נאנטע באציאונגען מיט פוטין, און איז אין די פארגאנגענהייט שוין געווארן אויסגעפארשט דורך דעם ספעציעלן אויספארשער מולער.
די אויפדעקונג קומט נאכדעם וואס פאריגן חודש האבן עף-בי-איי באאמטע קאנפיסקירט אלע דאקומענטן פון כהנ׳ס אפיסעס צוליב לעגאלע פראבלעמען אין וועלכע ער איז פארוויקלט געווארן, נאכדעם וואס ער האט באצאלט ״שווייגעניש געלט״ פאר אזעלכע וועלכע האבן נעגאטיווע אינפארמאציע איבער פרעזידענט טראמפ.
די פירמע לייקנט אז די געלט טראנספער איז פארבינדן צום טראמפ קאמפיין, און זאגט אז האנדלט זיך פון א ״קאנסולטענט פי״ פאר כהן, איבער לעגאלע סערוויסעס פאר די קאמפאני, אבער פרעסע באריכטן שפעקולירן אז דאס איז מעגליך א טייל פון א פארבינדונג פון די קרעמלין צום טראמפ קאמפיין.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה