אהייא – אויטאריטעטן זאגן אז א היים-אייגנטימער וועלכער האט געוואלט פטור ווערן פון שלעכטע גראזן וואס האבן אים געשטערט, האט למעשה באוויזן פטור צו ווערן פון א טייערן גאראדזש איבערגעפילט מיט ווערדפולע חפצים. דאס האט פאסירט אין ספרינגפיעלד, אהייא, וואו דער מאן האט אונטערגעצונדן א קליין פייער נעבן די שלעכטע גראזן, אבער דאס פייער האט זיך גאר שנעל פארשפרייט, האט פארכאפט דעם גאנצן גאראדזש אין פלאמען, און ווען די פייערלעשער זענען אנגעקומען איז שוין געווען צו שפעט צו ראטעווען דעם גאראדזש. עס ווערט געשאצט אז די שאדנס פון די טייערע קאנסטרוקציע געצייג און אנדערע חפצים אינעם גאראדזש, איז ווערט געווען צווישן 10 ביז 15 טויזנט דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל