אייראפע – אין לעצטן יאר צייט, האבן אויסגעבראכן מיזעלס עפידעמיעס אין פילע טיילן פון אייראפע, לויט א באריכט פונעם "אייראפעאישן צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פריווענשאן". דער באריכט צייגט אז צווישן אפריל יאר 2017 און מערץ היי יאר, זענען געווען איבער פערצן טויזנט מיזעלס פעלער אין אייראפעאישע לענדער, דאס מערסטע דערפון אין איטאליע, רומעניע און גריכנלאנד, און 84 פראצענט פון די וועלכע זענען אנגעשטעקט געווארן מיט מיזעלס, האבן נישט געהאט גענומען די מיזעלס וואקסין. אייראפעאישע און אמעריקאנער געזונטהייט באאמטע זאגן, אז עס פעלט זיך אויס א מער-אגרעסיווער קאמפיין צוריקצושלאגן די אנטי-וואקסין באוועגונג, ווייל עס איז קלאר, אז דאס נישט נעמען דעם וואקסין ברענגט פרישע פארשפרייטונגען פון מיזעלס – א גאר טויטליכע קרענק וועלכע האט אין די 1980'ער יארן אומגעברענגט העכער 2 מיליאן קינדער יערליך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל