ניו יארק – א געוועזענער הויכראנגיקער ניו יארק סיטי פאליציי באאמטער, איז געשטארבן פון א סעפטעמבער עלעווען-פארבינדעטע קרענק. די רעדע איז פון וויליאם אליע, וועלכער האט געדינט אלס טשיף דעטעקטיוו פון יאר 1997 ביז יאר 2003, און ער איז געשטארבן נעכטן פארטאגס אינעם "סלאון קעטערינג קענסער צענטער" שפיטאל. ווי די פאליציי באאמטע זאגן, האט ער געליטן פון לוקימיע ל"ע, וואס ער איז דערמיט דיאגנאזירט געווארן אין די יארן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, וואס ער האט פערזענליך זיך געפונען ביי דער סצענע פון "גראונד זערא" אין די לאנגע וואכן און מאנאטן נאך די אטאקעס, אריינאטעמענדיג די שווערע רויך און פארפעסטיגטע לופט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל