א וואלקאנישער אויפרייס אויף איינעם פון די האוואאי אינזלען האט געברענגט די באאמטע צו אלארמירן די איינוואוינער איבער א באלדיגע געפאר, פארארדנדיג די עוואקואציע פון איבער 1,700 איינוואוינער אין יענער געגנט, וועלכע קען באטראפן ווערן פון דעם לאווא אויסגאס.
דער ״קילעיוא״ וואלקאון שפייט שוין אויס מיליאנען גאלאנען פון לאווא, וועלכע שטראמען אראפ די בערג צו די שאסייען אין די באזעצטע געגנטער אויפ׳ן אינזל און שעדיגן עלעקטערישע איינריכטונגן און אינפרוסטרוקטור. די לאווא ברענגען מיט זיך אויך גיפטיגע ׳סולפור דיאקסיד׳ גאזן, וועלכע זענען שעדליך צו אריינאטאמען.
באאמטע האבן געווארנט אז דאס איז בלויז דער אנהויב און אויפגעפאדערט ארטיגע איינוואוינער זיך צו זאפארט דערווייטערן פונעם אינזל.
די האוואי נאציאנאלע גארד איז איינגעשפאנט געווארן אין דער ארבעט פון העלפן עוואקואירן די איינוואוינער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה