צום ערשטן מאל אונטער פרעזידענט טראמפ, האט אמעריקע אהיימגעשיקט א גוואטאנאמא ארעסטאנט צו אויסדינען די רעשט פון זיין טורמע טערמין אין זיין היימלאנד -- א זאך צו וועלכע טראמפ האט זיך שטארק קעגנשטעלט אין לויף פון זיין קאמפיין און קריטיקירט פרעזידענט אבאמא דערוועגן.

אכמאד אל-דארבי, א סאודיער בירגער וועלכער איז אין 2014 פאראורטיילט געווארן  צו 13 יאר טורמע צוליב זיין ראלע אין א 2002 טעראר אטאקע קעגן אן אמעריקאנער אויל טאנקער שיף ביי די ברעגעס פון תימן, אבער וועט למעשה אויסדינען דעם רעשט פון זיין טערמין אין סאודי אראביע.

אל-דארבי האט אין אויסטויש געדארפט אונטערשרייבן א פארפליכטונג אז ער וועט נישט אונטערנעמען קיין לעגאלע קלאגעס קעגן אמעריקע פאר אנגעבליכע פיינינונג וואס ער איז אריבער אינעם טורמע, און אזוי אויך אז ער טוט אויפגעבן די רעכט פון אפעלירן זיין אורטייל.

מיט׳ן באפרייאונג פון אל-דארבי, בלייבן איבער נאך 40 טעראר ארעסטאנטן אין דעם קאנטראווערסיאלן טורמע וועלכע פרעזידענט אבאמא האט פארשפראכן צו פארשפארן, אבער פרעזידענט טראמפ האט פארשפראכן צו האלטן אפן און שיקן אהין נאך טעראר ארעסטאנטן אויב עס פעלט זיך אויס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל