אין א שריט וואס ווערט געזען ווי א צייכן פון גוטוויליגקייט פאר'ן צפון-קארעא רעזשים, באטראכט פרעזידענט טראמפ די מעגליכקייט פון ארויספירן די אמעריקאנער קרעפטן וועלכע געפינען זיך אויפ׳ן קארעא האלב-אינזל.
די ״ניו יארק טיימס״ באריכטעט פון עטליכע קוועלער אינערהאלב דעם פענטאגאן, אז דער פרעזידענט האט געבעטן פון זיינע מיליטערישע געהילפן צו אנגרייטן א פלאן פון אהיימרופן אלע אמעריקאנער זעלנער וואס זענען סטאנציאנירט אין די באזעס אין דרום קארעא.
אזא שריט איז ערווארטעט צו ברענגען זארג און מעגליך אויפברויז אין יאפאן, א לאנד וועלכע פארמאגט נישט קיין שטארקע מיליטער און פארלאזט זיך שטארק אויף די אמעריקאנער אנוועזנהייט אלס שוץ קעגן פיינטליכע לענדער, ווי נארט קארעא און כינע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה