לאס אנדזשעלעס – א היימלאזער מאן אין לאס אנדזשעלעס, האט געוואונען די רעכט אריינצוגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן די ארטיגע שטאטישע אויטאריטעטן, נאכדעם וואס זיי האבן קאנפיסקירט און אומגעברענגט אכצן טויבעלעך וואס ער האט געהאט מיט זיך. דער פארשוין מארטינא ראשיע דערציילט אז דאס האט שוין פאסירט אין יאר 11', ווען ער האט באוויזן צו כאפן עטליכע טויבן און זיי שטענדיג מיטגעטראגן אין קארטאן-שאכטלעך וואו ער איז געגאנגען, ווען פלוצלינג זענען איין טאג אים איבערגעפאלן "ענימעל קאנטראל" אגענטן פון דער סיטי, און קאנפיסקירט אלע טויבן. די אויטאריטעטן האבן דאן דורכגעפירט טעסטן אויף די טויבן, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן פארשידענע קרענק, איז דער באשלוס געמאכט געווארן צו הינריכטן די טויבן. אצינד קלאגט ער די סיטי – וואס ס'איז שוין דאס צווייטע מאל, נאכ'ן פארלירן זיין ערשטע קלאגע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל