וואשינגטאן – געזונטהייט אקטיוויסטן האבן אנגעצייגט, אז די צאל עסנווארג פארפעסטיגונג פעלער, סיי אין אמעריקע און סיי איבער דער וועלט, שטייגן גאר שטארק לעצטנס, און מען וואונדערט זיך פארוואס. נעכטן האט מען געהערט אז די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן פרישע ציפערן און אינפארמאציע איבער די סאלמאנעלע אויסברוך אין אייער, און אלעס אינאיינעם זענען 35 מענטשן דיאגנאזירט געווארן מיט סאלמאנעלא פון די אייער, און 200 מיליאן אייער זענען צוריקגערופן געווארן אין א ריקאל. דער ריקאל האט אפעקטירט אייער וואס איז געשיקט געווארן דורך די "ראוס עיקער פארם" צו געשעפטן 9 סטעיטס. אין די זעלבע צייט האט מען געהערט פון א מאסיווע "אי-קאליי" אויסברוך אין קעז אין פראנקרייך, וואס האט שוין קראנק געמאכט 7 מענטשן, און די אויטאריטעטן האבן פאררופן א ריקאל פון קעז פראדוקטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל