דזשארדזשיע – א בינען עקספערט, וועלכער האדעוועט טויזנטער בינען אין זיין פארם, זאגט אז גנבים האבן זיך איינגעבראכן אין זיין פראפערטי און גערויבט צענדליגער בינען שטאקן, אינאיינעם מיט טייערע געצייג, וואס אלעס אינאיינעם איז די גניבה געווען אין ווערד פון צוואנציג טויזנט דאלער. די גניבה האט פאסירט אינעם בינען פארם פון דאנעלד קוטשענמייסטער, וועלכער זאגט ציניש פאר לאקאלע מידיא, אז ער איז שוין געשטאכן געווארן דורך בינען צענדליגער מאל אין זיין לעבן, אבער קיינמאל האט ער זיך נאכנישט געשפירט אזוי שטארק "געשטאכן" ווי דורך די גניבה. קוטשענמייסטער לייגט צו מיט ווייטאג: "איך האף אז דער וואס האט גערויבט די בינען, ווערט כאטש גוט צושטאכן און צעבלוטיגט פון די בינען"...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל