קאליפארניע. – די טעסלא אויטא פירמע האט אין א דראסטישן שריט, אריינגעברענגט ראבאטישע מאשינען דורך עראפלאנען, כדי צו פולשטענדיג אויטאמאטיזירן איר פאבריק וועלכע ערצייגט די בעטעריס פאר'ן מאדעל 3 אויטא.
די פירמע איז אין פראבלעמען, זי האט אינעם ערשטן קווארטאל פון 2018 געהאט א נעגאטיוון קעש פלוס פון מיינוס א ביליאן דאלאר. זי פלאגט זיך צו מאסנווייז פראדוצירן דעם מאדעל עס. אויטא, אבער דאס מאסנווייז פראדוצירן די בעטעריס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פראבלעמאטיש. א הויפט פראבלעם איז געווען אז די פירמע האט גלייך באשטעלט די ראבאטן און אויסגעשטעלט דעם סיסטעם. אן קודם אויספרובירן דעם סיסטעם אויף ביליגערע מאשינען, און ווען מען שטעלט אריין א פראדוקציע אן קיינע טעסטן פארדעם, שאפט זיך פראבלעמען, ווייל ווייניג מאל גייען זאכן ממש ווי געפלאנט, ווי עס איז באקאנט פאר יעדן וואס לעבט אויף די וועלט.
דער פירער פון די פירמע, עלאן מאסק, האט פארשפראכן פאר די אינוועסטירער אז דערמיט וועט די פירמע קענען צענפאכיג העכערן די פראדוקציע און דערגרייכן איר ציל פון ערצייגן 10,000 פון די טעסלא מאדעל 3 אויטאס וועכנטליך. ער האט אויך געזאגט אז די פירמע איז פטור געווארן פון פילע סוב-קאנטראקטארס, ווייל דאס כסדר האנדלען אהער און אהין מיט זיי האט נאר געמאכט פראבלעמען.

הוסף רשומת תגובה