קאליפארניע - פאליציי אין קאליפארניע זאגן אז זיי האבן סוקסעספול אפגעשטעלט א מיסיע פון א פילאט טיטשער, וועלכער האט געוואלט אויף די אייגענע הענט דעפארטירן א כינעזער סטודענט וועלכער האט שטודירט אין אמעריקע, און יענעם צוריקשיקן קיין כינע. דער פילאט דזשאנאטאן מעקאני ווערט באשולדיגט, אז ער האט פרובירט אריינצונארן זיין סטודענט טיאנשא שי, דורכן אים איינרעדן אז עס איז געקומען א פארארדענונג פון די כינעזער רעגירונג אז ער מוז זיך אומקערן אהיים. צו מזל האט דער סטודענט געכאפט וואס ס׳גייט פאר און האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אנשטאט ארעסטירט מעקאני, און ער ווערט געקלאגט מיט קידנעפינג פארזוך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל