קאליפארניע – אמעריקאנער וועסט קאוסט סטעיטס זענען ערנסט באזארגט איבער מעגליכע וואולקאן אויפרייסן וואס וועט זיי באטרעפן, אין ליכט פון דעם וואולקאן אויפרייס אין האוואאי. צווישן די וועסט קאוסט סטעיטס וועלכע קענען באטראפן ווערן פון וואולקאן אויפרייסן, זענען קאלאראדא, קאליפארניע, אריזאנע און אלאסקע. לענגאויס די סטעיטס לויפט דורך א שטרעקע פון אכט הונדערט מייל, וועלכע פארמאגן דרייצן גרויסע וואולקאן בערג, וועלכע קענען יעדע ליאדע סעקונדע עקספלאדירן. אויסער דעם האט א נייער גרויסער לאך פון לאווא און אש זיך געעפנט נעכטן נעבן דעם וואולקאן, און דער פרישער לאך ברענגט ערנסטע זארג ביי די סטעיט אויטאריטעטן, וויבאלד עס געפינט זיך ווייניגער ווי א מייל ווייט פון א האקעלע "טערמאל ענערדזשי" פלענט, און אויב די לאווא קומט אין באריר מיט'ן פלענט, קען דאס ברענגען א מאסיווע ראדיאציע אויפרייס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל