וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט, אז קאנגרעס מוז ארבעטן צו פארמיידן א רעגירונג שאטדאון קומענדיגן סעפטעמבער. טראמפ זאגט אז קאנגרעס און סענאט זאלן אהערשטעלן א בודזשעט ביל, צו האלטן אפן די רעגירונג אויך נאך סעפטעמבער, ווען דער 1.3 טריליאן דאלאר ביל וואס זיי האבן באשטעטיגט מיט א האלב יאר צוריק, וועט עקספייערן. טראמפ זאגט אז קאנגרעס און סענאט מוזן עס האבן ערלעדיגט איידער זיי גייען אהיים פאר זייער זומער וואקאציע אין אוגוסט, און אויב וועלן זיי נישט עס האבן ערלעדיגט, וועט ער זיי פארארדענען צו פארבלייבן אין וואשינגטאן. אויך זאגט טראמפ אז דער בודזשעט וועט מוזן האבן געלט פאר דער גרעניץ וואנט, און פאר אנדערע גרעניץ זיכערהייט מאסנאמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל